היסטארישע צוזאמענטרעף פון RCCS מיט פארטרעטער פון גרעסטע שפיטעלער און רפואה ארגאניזאציעס

אין צוזאמענהאנג מיט די גרויסע מעמד חנוכת הבית וואס ס’איז פארגעקומען דאנערשטאג פרשת נצו”י תשפ”ו, אויפ’ן נייעם בנין ‘מרכז רופא חולים בנין משפחת ווייס’ אין ירושלים עיה”ק, איז פארגעקומען בו ביום א ספעציעלע ‘מעמד הוקרה’ וואס האט צוזאמגעברענגט און פאראייניגט די גרעסטע מעדיצינישע עקספערטן פון ארץ ישראל, צוזאמען מיט פילאנטראפן, הנהלה, און סטעף פון RCCS.

דער מעמד איז פארגעקומען אין די הערליכע ‘עווענט’ זאל מיט די באטייליגונג פון פראפעסארן און גרויסע דאקטוירים פון די בארימטע שפיטעלער: שערי צדק, הדסה, איכלוב, שיבא תל השומר, ביילינסאן און נאך, ווי עס איז דערביי געגעבן געווארן א געלעגנהייט פאר די דאקטוירים זיך צו טרעפן פערזענליך מיט די סטעף און עסקנים מיט וועם זיי ארבעטן צוזאמען פאר חולי ישראל.

עס האבן זיך אויך באטייליגט פארשידענע עסקנים פון באקאנטע רפואה ארגאניזאציעס אין ארץ הקודש ווי צ.ב.ש. יד שרה, חברים לרפואה, עזר מציון, כנפי חיים ועוד, וואס ארבעטן צוזאמען מיט די פארטרעטער פון רופא חולים RCCS לטובת די חולי ישראל, וואו מ’האט אויסגענוצט די צייט זיך דורכצושמועסן וויכטיגע רפואה נושאים אויפ’ן טיש.

ביי דעם מעמד האבן אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דרשות: הרה”ח ר’ חיים קאהן נ”י לכבוד אביו מייסד המוסד הרה”ח ר’ הערשל קאהן שליט”א; הרה”ח ר’ ישעי’ בערנאטה נ”י, יו”ר ועד קרן הבנין; הרבני הנגיד ר’ בערי ווייס נ”י פטרון הבנין; און הרה”ח ר’ יואל בערנאטה נ”י חבר הנהלת המוסד.

דאן איז פארגעקומען די אפיציעלע ‘ריבאן קאטינג’ צערעמאניע לכבוד די דאקטוירים, וואס איז אנגעפירט געווארן דורך דעם בארימטן דאקטאר זעלעפסקי, אנפירער פון די ראדיאציע אפטיילונג אין די NYU שפיטאל אין ניו יארק, צוזאמען מיט די נדבני הבנין.

א רירנדע מאמענט איז געווען ווען ס’האט זיך אויפגעשטעלט א חולה שנתרפא און פארציילט זיין געשיכטע, ווען דערביי האט זיך דער פאציענט צוזאמענגעטראפן צום ערשטן מאל מיט’ן דאקטאר וואס איז געווען דער שליח אים צו היילן. אויך האט אויפגעטרעטן פון ניו יארק דער טשיף פון לוקומיע אפטיילונג אין מאמאריעל שפיטאל, וואס האט ארויסגעברענגט די צוזאמענארבעט פון RCCS מיט אלע גרויסע שפיטעלער אין ניו יארק, און ער האט באגריסט די פארברייטערונג פונעם נייעם פארגרעסערטן אפטיילונג אין ארצינו הקדושה.

עס זענען דערביי באגריסט געווארן די חברי ועד קרן הבנין פון ניו יארק, הרה”ח ר’ יואל הארטמאן נ”י, הרה”ח ר’ אפרים יואל זופניק נ”י און הרה”ח ר’ יושע קאהן נ”י, וועלכע האבן געארבעט יומם ולילה אהערצושטעלן דעם בנין. ווי אויך הרב ראובן ברוין הי”ו דער מנהל רופא חולים בארה”ק, וואס ער האט געארבעט צוזאמען מיט’ן ועד צו באגלייטן די ארבעט על צד היותר טוב.

דער מעמד האט זיך פארענדיגט מיט ווארימע ווערטער פון הרה”ח ר’ זושא לעווי נ”י, דער גלאבאלער דירעקטאר פון די מעדיקל אפטיילונג פונעם מוסד, וועלכער האט באגריסט די דאקטוירים און עסקנים, און דערביי געשילדערט געוויסע קעיסעס פון RCCS ווי די דאקטוירים זענען ב”ה געווען די ריכטיגע שליחים צו ראטעווען אידישע קינדער.

די מסיבה האט זיך געענדיגט מיט א געוואלדיג אנטשלאסנקייט ביי די דאקטוירים, עסקנים און שטאב, צו פארברייטערן די סערוויסעס לטובת חולי ישראל בארצנו הקדושה, וואס וועט אי”ה פארווירקליכט ווערן אין דעם נייעם בנין.

Visit: https://yiddishvideos.com/ For More Like This.

Leave a Reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *

© 2025 Yiddish Videos