Maskirt Main Song!! (Theme Song)
Originally Composed, Written & Performed by: Itai David
Credits:
Lyrics by: Shulem Moskowits
Performed by: Shulem Moskowits & Moishy Gluck
Produced by: Ushi Gluck
Mixed by: Ushi Gluck
Additional Vocals by: Chesky Grossberger
Lyrics:
פון מויל צו אויער גייט די בשורה
עס קומט אין לאנדאן הבירה
וואס נישט געווען אין די יארן פריערע
אויף צוריק דרייט מען די זייגער
א שארפן בליק פיל מיט נייגער
מיטצולעבן אזוי ווי אין יענעם שטייגער
צייטן קומט און גייט, אבער א איד בלייבט אייזן פעסט,
די לאנד האלט אן טייט, אין א קעניגליך פארמעסט, קומען אומגעוואונטשן געסט,
נייע צייטן אויפ’ן האריזאנט,
א געפיל צום באשעפער איז פארהאנען,
אין די פינסטערע נאכט זאל עס שיינען,
ווייל ווער יעדער וואונדערט זיך און פרעגט,
ווער ווארט געדולדיג
ביז מען פלאנירט
ווער העצט אן ווילדיג
א לאנד ער פארשמירט
ווער מאכט זיך מילדיג
און באמת פארפירט
איינער איז שולדיג
און בלייבט נאך מאסקירט
ווי גוט זיי שפילן אויס און נארן-עס
אן צו קוקן ווי גרויס די געפארן -איז
און וויאזוי שטעלט מען צופרידן דעם פרנס…
אפילו קיינער פארשטייט בכלל
וויאזוי עס שפילט זיך אויס דערווייל
יא פון א טונקעלע שטאל, קומט ארויס א חיזוק שטראל….
מיר אלע שטייען,
ווי זעלנער מארשירט,
צום באשעפער שרייען,
דיין קרוין שפעקולירט,
דיין מלכות באנייען,
אפילו מ’שפירט,
עזרי מאין,
אין פינסטער מאסקירט
#maskirt
#podiumproductions
#themesong
#music2026
#viral
#themesong