Lyrics:
א גוט מארגן
אויפגעשטאנען מיט א פלאן
נישט קיין חיליק וואס זאל זיין
אויסצווועלען א גוטן טאג
די זארגן
אוועקגעשיקט מיטן באן
איך דאנק
מודה אני לפניך
סוועט זיין גוט מארגן
סוועט זײן גוט אויך היינט
די זון שוין אינדרויסן שיינט
מודה אני לפניך
שהחזרת בי
נשמתי בחמלה רבה
מיין נשמה צוריק געגעבן
היינט וועל איך אויסוועלען לעבען
און היינט…
היינט
היינט וועל איך טראכטן גוט
היינט וועל איך רעדן נאר גוט
מיין פריינד
וואס די טוסט טוסטו גוט
ווייל וואס די מיינסט
מיינסטו דאך נאר גוט
מיין פריינד
און זאג גוט מארגן…
גוט מארגן
האסטו נעכטן געזאגט פאר היינט
מיין פריינד
דו זאגסט עס א יעדן טאג
זאג עס מארגן
ווייל דו האסט עס נעכט געפלאנט
פאר היינט
א גוטן טאג!
Credits:
Produced by: Zishy Surkis
Composed and arranged by: Isaac Gluck
Mix & Master by: Avrumy Lungar
Cover photo by: Shia Friedman
Cover by:Vigdor Gluck
Special thanks:
Ezriel Gluck
Lazer Gluck