As we get ready to finish up this beautiful year and welcome the new one, soulful singer Yiddy Moskowitz is releasing a new cover of the song “Veyeida.” The song was composed by Reb Hershel Rosenberg and originally sung by his talented son, Heedy, on the album “Yisrael Hu.”
We will be saying these exact words this Rosh Hashanah. The song reminds us that Hashem is the one who made everything, and that every soul will eventually declare that He is the only God and the true King of the universe.
Credits:
• Composed by: Reb Hershel Rosenberg
• Originally Performed by: Heedy
• Music Arranged, Mixed & Mastered by: Yanky Cohen
• Video Directed Filmed & Edited: by: David tirnover & Arielos
• Production:
7o9.prod
• Digital Marketing by: Motty Media & Music Velt
*מיט געציילטע שעות צו ראש השנה: טוט דער הארציגער זינגער יודי מאשקאוויטש אן ווארימען די הערצער פארן יום הדין מיט א פרישן קאווער אויפן נייעם היט “וידע”*
מיר האלטן שוין אינגאנצן ביים סוף פונעם יאר, די לעצטע טעג פון חודש אלול לויפן אויס, און מיר גרייטן זיך שוין צו מקבל פנים צו זיין דעם נייעם יאר הבעל”ט, פונקט אין די געהויבענע צייט, קומט דער באקאנטער בעל מנגן מיט זיין ווארעמע נשמה, *יודי מאשקאוויטש*, ארויס מיט א פרישן, קנאקעדיגן קאבר און לייגט אראפ אן אייגענעם ווארעמען טעם אויפן באקאנטן ניגון “וידע”.
דער דאזיגער ניגון איז קאמפאזירט געווארן דורך דעם בארימטן מלחין בחסד עליון *ר’ הערשל ראזענבערג*, און איז נארוואס ארגינעל געזונגען געווארן מיט א געוואלדיגן טעם דורך זיין באליבטע זון, דער באקאנטער בעל מנגן *הידי*, אויפן נייעם אלבום “ישראל הוא” וואס איז פריש ארויסגעקומען מיט קוים א חודש צוויי צוריק און האט שוין באוויזן איינצונעמען די וועלט.
יעצט, שטייענדיג בלויז א טריט אוועק איידער מיר וועלן שטיין דערווארומט אינעם גרויסן ראש השנה’דיגן קאפל און אויסשרייען די הייליגע ווערטער ביי די תפילות – ווערטער וואס ברענגען ארויס אונזער אמת’ע אמונה און די קלארקייט אז יעדער באשעפעניש וועט נאך אנערקענען דעם באשעפער און יעדער איד וועט אויסשרייען “כל אשר נשמה באפו יאמר ה’ אלקי ישראל מלך” – נעמט יודי דעם פרישן היט און לייגט אריין זיין גאנצע הארץ און נשמה. דער ניגון שלעפט מיט דעם צוהערער טיפ אריין אינעם אמת’ן, ווארעמען גוסט פונעם קומענדיגן יום הקדוש.