חבלי משיח 1
שלאָף מײַן קינד, דו מײַן נשמה,
מאַך די אױגן צו,
עס האַלט דיר אױף די הענט אַ מאַמע.
אײַ לי לו לע לו.
זאָלסט ניט שרעקן זיך נישט זאָרגן,
װאָס דער טאָג פֿאַרגײט,
קומען װעט אַ נײַער מאָרגן.
פֿול מיט גליק און פרײד.
האָסט מײַן קינד געהאַט אַ מאַמען,
האָסט איר קױם געקענט,
אין די אױשוויצינער פֿלאַמען.
האָט מען איר פֿאַרברענט.
אַ בײזער װינט האָט דאַן געבלאָזן,
אַ רעגן נאַס און קאַלט,
װען זי האָט דיר איבערגעלאָזן.
אין אַ װינקל װאַלד.
עס האָט פֿון מיר מײַן בלוט גערונען,
פֿון אַ דײַטשס אַ שאָס,
װען איך האָב דיר קינד געפֿונען.
אין דעם נאַסן גראָז.
און איך בין מיט דיר געלאָפֿן,
זוכן זיך אַן אָרט,
פּאַרטיזאַנער אָנגעטראָפֿן.
און געבליבן דאָרט.
דער באַשעפֿער האָט אונדז בײדן,
אָפּגעהיטן גוט,
נישט געלאָזט פֿון זיך צושײדן.
אַפֿילו אײן מינוט.
און איך װעל דיר נישט פֿאַראַטן,
אַפֿילו אײן מינוט,
װײַל בײדע האָבן מיר אײן טאַטן.
און די זעלבע בלוט.
אױך מיר האָט מען געטאָן צושטעכן,
איך האָב מער קײנעם נישט,
דו פֿון פּױלן איך פֿון טשעכן.
ס`איז דער זעלבער ײִד.
בײדע זענען מיר צוזאַמען,
צונױפֿגעפּאָרט אַצינד,
דיר מײַן גאָלד עס פֿעלט אַ מאַמען.
מיר עס פֿעלט אַ קינד.
שלאָף מײַן קינד און כאַפּ אַ דרעמל,
האָב קײן מורא ניט,
האָסט אַ טאַטן דאָרט אין הימל.
זעט ער דיר און היט.
און אַז דו װעסט עלטער װערן,
און דערזען די װעלט,
אָט דעם טאַטן זאָלסטו הערן.
טאָן װאָס אים געפֿעלט.
גײן זאָלסטו אין זײַנע דרכים,
מוטיק װי אַ העלד,
און אױסװאַקסן אַ תּלמיד חכם.
רעשן זאָל די װעלט.
דערהױבן װעסטו דײַן נשמה,
װוּ דער באַשעפֿער רוט,
און בעטן אים נעמען נקמה.
פֿון דײַן מאַמעס בלוט.
Lyrics credit: http://goo.gl/Zxx7VO